Daily Monroe WEATHER

Photo Gallery: Appreciation Event for Chaveirim Volunteers

Photo Gallery: Appreciation Event for Chaveirim Volunteers

By Daily Monroe Staff

פארגאנגענעם מיטוואך תרומה איז פארגעקומען די יערליכע מסיבת הכרת הטוב פאר די הייליגע צדיקים, מעמבער'ס פון "קרית יואל חברים", אידן וואס געבן אויף שעות ע"ג שעות יעדן טאג, נישט פאר זיך, נאר בלויז צו העלפן א צווייטן איד וואס דארף צוקומען צו הילף, אן קיין לייטס און סיירינס, אן א פירסום, בלויז העלפן לשם חסד.


די מסיבה איז א צייט וואס ווערט אהערגעשטעלט יעדע יאר איינמאל א יאר, איבערצולויפן דעטאלן פון דעם פארלאפענעם יאר, דאנקען אלע חשובע וואלונטירן וואס שטרענגען זיך ביז אהער, און געבן חיזוק אויף ווייטער אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש.


די יאר איז די מסיבה פארגעקומען אין די זאל פון היכל שיח יצחק, וואס איז סמוך ונראה צו די קלאוו זאל אויף פארעסט ראוד. די זאל איז געווארן הערליך אהערגעשטעלט פון דעם שענסטן און בעסטן, ווי עס פאסט זיך פאר אזעלכע חשובע עסקנים. די פראגראם האט זיך אנגעהויבן ארום אכט אזייגער אין אוונט, ווען ר' משה יקותיאל שווארץ - יו"ר, האט באגריסט די חשובע וואלונטירן וואס זענען זיך געקומען באטייליגן, גערופן יעדן זיך צו וואשן און הנאה האבן פונעם שיינעם פראגראם.


במשך די נאכט האט אויפגעטרעטן דער חשובער דיין פון חברים, הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, בדברי ברכה. אויך האט אויפגעטרעטן בדברי חיזוק הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א - אב"ד לובלין, דער רב שליט"א האט אין זיין דרשה שטארק מחזק געווען די מעמבער'ס אויף זייער הערליכע חסד אקטיוויטעטן און ווי סאך עס מיינט פאר א איד אין נויט אז ער האט זיך צו וועם צו ווענדן, אן אוזן קשבת וואס איז דא צו העלפן און קומט אריבער אין מינוטן זיין צו אן אחיעזר ואחיסמך, א חבר אויף וועם זיך צו אנצולאנען, וואס איז גאר א הויכע שטאפל אין חסד. דער רב האט צוגעלייגט פון זיין אייגענע ערפארונג אויך, צייטן וואס ער האט בעבר געדארפט צוקומען צו חברים, און ווי ער איז ממש ארויס פון די גלייזן ווי שנעל מען איז געקומען, די פראפעסיאנעלע ארבעט וואס די וואלונטירן האבן אראפגעלייגט, און איבער אלעם ווי שנעל זיי האבן פארענדיגט און פארלאזט דעם שטח, נישט אפילו אפנעמענדיג זייער פארדינטע הכרת הטוב, וואס איז ממש א חסד של אמת, ווען מען נעמט אפילו נישט אפ דעם דאנק. דער רב האט פאר לאנגע מינוטן נאכגעברענגט מפי ספרים וסופרים די געוואלדיגע זכותים וואס מען קויפט זיך איין ביים גיין אויף חברים הילפסרופן. דער רב האט מסיים געווען מיט פילע ברכות פאר די חשובע וואלונטירן. 


אביסל שפעטער אין מעמד האט מען אויסגערופן דריי לאנגיעריגע וואלונטירן וואס זענען נאך כסדר אקטיוו ביזן היינטיגן טאג מיט גרויס עקספערטיז, די דריי מעמבער'ס זענען: ר' שמואל אהרן לעפקאוויטש, ר' עזריאל מיטטעלמאן און ר' בכור משה סרוגא. אלע פון זיי זענען קע"ה עוסק על המחי' ועל הכלכלה א גאנצן טאג, און מיט דעם אלעם מאכן זיי נאך צייט צו גיין טוהן חסד מיט אנדערע אידן, שוין פאר אזויפיל יאר נאכאנאנד קע"ה, און זיי זענען א סעמפל פאר פרישע וואלונטירן וואס קומען אריין צו זעהן וואס מען האט צו טוהן און וויאזוי זאכן גייען צו.


אויך איז פרעזענטירט געווארן א גאר שיינע אות הכרת הטוב פאר צוויי געטרייע און איבערגעגעבענע קאארדינאטארס, וואס שטייען היינט צוטאגס אונטער די ארגענעזאציע און מאכן זיכער טאג איין טאג אויס אז זאכן פירן זיך ווי עס דארף צו זיין, און וועלן זיין דארט ווען עס קומט אונטער סיי וועלכע שטרויכלונג, עס גלייך צו באהאנדלען על צד היותר טוב, מיט גרויס הצלחה ב"ה, ווי עס קענען מעיד זיין אלע חשובע חברים וואלונטירן. די צוויי קאארדינאטארס וואס זענען געווארן באגריסט ביים היי יאריגן אווענט זענען: ר' לייב (ברש"א) פרענקל און ר' יואל (בר"מ) גאלדשטיין. זייער האנארי איז גאר שטארק באגריסט געווארן צווישן די מעמבער'ס וואס ווייסן ווי שטארק עס קומט זיך זיי.


עס איז געווען גאר מערקבאר איין ווינקל פונעם זאל וואס האט ענטהאלטן אזויפיל ווי ניינצן אויסצייכענונגען פאר מעמבער'ס וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און געגאנגען צו איבער פינף הונדערט קאל'ס במשך די יאר, מיט די העכסטע מעמבער וואס איז געגאנגען צו דעם אסטראנאמישן נומער פון עלף הונדערט ניין און דרייסיג קאל'ס!!


אהיימצוטראגן עפעס צו געדענקען דעם אוונט, איז במשך דעם אוונט געווארן אויסגעראפעלט צענדליגער טייערע גורלות אויף גיפט סערטיפיקעטס און שטוב חפצים, וואס די מעמבער'ס האבן פון פאראויס געהאט די געלעגנהייט אריינצולייגן אין ספעציפישע גורלות וואס זיי האבן אויסגעוועלט. צווישן אנדערע איז געווארן אויסגעראפעלט $2,500 פאר א נייע שטריימל ביי לערנער שטריימל, א טייערע 3 זיץ קאוטש פון ליוויא פורניטשור, א הערליכע טשענדעליער פון העלאו לייטינג, און נאך פילע גורלות, אלעס נתנדב געווארן דורך לאקאלע געשעפטן וואס שפירן די הכרת הטוב צו די ארגענעזאציע וואס זארגט זיך פאר די באדערפענישן פונעם שטאט, יחיד ווי רבים צוגלייך.


און צוגאב צו די גורלות איז יעדער מעמבער געווארן פרעזענטירט מיט א הערליכע קאסטום מצה טאש לכבוד יו"ט פסח הממשמש ובא. אינאיינעם מיט א הערליכן נטילת ידים טעפל, און נאך.


דער אוונט האט זיך פארענדיגט מיט אן אינטערעסאנטן שפיל פאר אלע מעמבער'ס, וואס איז אויף אן אינטערעסאנטן וועג איבערגעלאפן דעטאלן פון די פארלאפענעם יאר, די מעמבער'ס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם שפיל און פונעם גאנצן אווענט, און אהיימגעגאנגען אנגעשעפט מיט פרישע כוחות אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש ביתר שאת ועוז.


עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן געוויסע פון די שילדן וואס זענען געהאנגען אין די קארידארן פונעם זאל, וואס איז איבערגעלאפן דעם פארלאפענעם קאלענדאר יאר און אלע אירע ספעציעלע דערגרייכונגען וואס חברים איז אנגעקומען יעדן חודש. צווישן אנדערע האט ארויסגעשטארט: פרישע יו"ט פאטראל וואס חברים האט אנגעהויבן צוצושטעלן די יאר אין די געגנטער פון קרית יואל המורחבת, צוויי פרישע קאר'ס אריין אין באנוץ צו קענען בעסער העלפן דעם שטאט, די אפיציעלע אויסשפרייטונג פון קרית יואל חברים אין גאנץ אראנזש קאונטי, רעקארד צאל מעמבערס אויפגענומען, פרישע LTE ראדיאס אריין אין באנוץ, ספעציעלע אויפוואכונג קאמפיין'ס צו דערמאנען דעם ציבור צוצושפארן די קאר'ס, נישט איבערלאזן קיין קינדער אין קאר'ס, די איינקויף פון די סאפיסטיקירטע עלעקטריק קאר טזשארדזשער, אויפגענומען נייע אפיציעלער דיין אין די ארגענעזאציע, און נאך פיל מער.


אויך איז געלאפן במשך דעם אוונט פארשידענע נומערן פון חברים פארלאפענעם יאר, ווי למשל, חברים האט באהאנדלט דעם ריזן סומע פון 12,623 הילפסרופן, חברים'ס האטליין האט געקלונגען 21,966 מאל, די געווענליכע צייט וואס האט גענומען פאר א מעמבער זיך אנצורופן צו א קאל איז געווען די אומגלויבליכע צייט פון ארום א מינוט, חברים האט בלויז אין דעם פארלאפענעם יאר אריינגענומען און אויסשטאפירט 20 פרישע וואלונטירן, און נאך אינטערעסאנטע פאקטארן.


במשך די צייט פונעם אווענט האבן זיך געפונען אין קרית יואל חשובע וואלונטירן פון קעטסקילס חברים, צו ענטפערן אלע הילפסרופן.



Vinderkind Adar On Shelves Now
  • Mar 4 2025
  • |
  • 12:00 PM

Declutter Diaries: Accessories, Jewelry, & Makeup
  • Mar 3 2025
  • |
  • 3:40 PM