Daily Monroe WEATHER

New York Fires Over 2,000 Guards After Strike

New York Fires Over 2,000 Guards After Strike

By Y.M. Lowy

New York State fired over 2,000 prison guards after they failed to return to work following a nearly three-week illegal strike that disrupted the prison system. The strike, which began on February 17, forced the state to send in National Guard troops to help manage the prisons. Although not all guards returned by the state’s required 85% target, the state agreed to honor some aspects of the deal, like overtime pay.

Poor working conditions sparked the strike, and inmates also complained about deteriorating conditions. Several deaths at state prisons are now under investigation.

The state now faces a shortage of prison staff, down from 13,500 officers to about 10,000, and is working to recruit more workers. The National Guard will stay on-site to help with operations while the state addresses staffing issues and ongoing concerns over prison conditions.


רעגירונג זאגט אויף 2,000 טורמע וועכטער

ניו יארק – די רעגירונג האט אויפגעזאגט איבער 2,000 טורמע וועכטער וואס האבן אנטזאגט צו קומען אין דער ארבעט נאכ'ן אנטיילנעמען אין אן אומלעגאלן סטרייק, וואס האט פארקריפלט די טורמע סיסטעם.

דער סטרייק – וואס האט זיך געצויגן פאר כמעט דריי וואכן – האט געצווינגען די רעגירונג אריינצושיקן טויזנטער נעשאנעל גארד טרופן וועלכע זאלן ערפילן די פאזיציעס אין טורמעס ארום דעם סטעיט.

די טורמע וועכטער האבן זיך אנגעשליסן אין דעם סטרייק נאכ'ן פארשטעלן א רייע מיט אנגעבליכע טענות, א שטייגער ווי "אווערטיים" און שווערע ארבעט אומשטענדן.

ליידער האט דער סטרייק געפירט צו עטליכע טויטפאלן אין טורמעס ארום דעם סטעיט, און עס ווערט אצינד אויסגעפארשט. אזוי אויך זענען אלע באזוכן אין טורמעס גענצליך אפגעשטעלט געווארן, וואס האט שטארק

פארשווערט פאר די ארעסטאנטן, אריינגערעכנט אחב"י.

די סטעיט ספראוועט זיך יעצט מיט א מאנגל פון טורמע וועכטער. די צאל וועכטער האלט יעצט ביי 10,000 אראפ פון די ביז-היינטיגע 13,500 וועכטער. באאמטע ארבעטן אצינד צו רעקרוטירן נייע וועכטער.

דערווייל וועט די נעשענאל גארד פארבלייבן אין טורמעס ארויסצוהעלפן מיט די טעגליכע אפעראציעס, ווילאנג די סטעיט גיבט זיך אן עצה מיט דעם אנגייענדן קריזיס.




Weekly Dee Voch on Newsstands: Parshas Ki Sisa
  • Mar 11 2025
  • |
  • 12:59 PM

State Police Escort Sleeping Trespasser off Shinev Court
  • Mar 10 2025
  • |
  • 5:18 PM